בלומקע, מײַן זשידוּװקע [Blumke mayn zhiduvke] [Transliteration]
בלומקע, מײַן זשידוּװקע [Blumke mayn zhiduvke] [Transliteration]
בלומקע, מײַן זשידוּװקע,
אַך, זײַ פֿון גאָט געזעגנט,
האָסטו אפֿשר מײַנע ציגעלעך
ערגעץ װוּ באַגעגנט?
– כ׳האָב זײ, ליבער סטאַכו,
אין ערגעץ נישט געטראָפֿן,
אױ, װעט הײַנט דײַן בײזער טאַטקע
דיך דערפֿאַר באַשטראָפֿן.
– געחלומט פֿון דיר, סערצע,
געזען אין פֿעלד דיך ליגן,
פּלוצלונג קוק איך, אַך, װוּ זענען
מײַנע װײַסע ציגן?
– אפֿשר, ליבער סטאַכו,
ס׳איז אַנדערש נישט צו קלערן,
זענען זײ אין װאַלד פֿאַרקראָכן–
אױ, דאָרט װױנען בערן!
– באָזשע! אַך, מײַן בלומקע,
װאָס זאָל איך איצט באַגינען,
נישט געהיטן מײַנע ציגעלעך,
דיך געהאַט אין זינען.
– זײַ קײן נאַר מײַן סטאַכו,
נישט דיר באַשערט איז בלומקע,
ליבער, נעם אַרױס דײַן פֿײַפֿל,
שפּיל מיר אױף אַ דומקע.
– כ׳װעל מײַן טאַטנס קרוּװקע
און אַלץ װאָס כ׳האָב פֿאַרקױפֿן,
לאָמיר בײדע, שײנע בלומקע,
ערגעץ װײַט אַנטלױפֿן.
– זײַ קײן נאַר, מײַן סטאַכו,
אױ, נישט פֿאַרקױף די קרוּװקע!
זוך דיר אױף אין דאָרף אַ גױקע–
איך בין אַ זשידוּװקע!
רױטלעך שױן דער הימל,
די זון פֿאַרגײט פּאַװאָליע,
אַך, װוּ זענט איר, מײַנע ציגעלעך,
קומט באַװײנט מײַן דאָליע.
- Artist:Mordechai Gebirtig