אװרײמל דער מארװיכער [Avreyml the marvikher] [English translation]

Songs   2024-11-22 20:15:22

אװרײמל דער מארװיכער [Avreyml the marvikher] [English translation]

אן א היים בין איך יונג געבליבן

ס׳האט די נויט מיך ארויסגעטריבן

ווען איך האב נאך קיין דרייצן יאר געהאט

אין דער פרעמד ווייט פון מאמעס אויגן

האט אין שמוצ מיך די גאס דערצויגן

געווארן איז פון מיר א וווילער יאט

איך בין אווריימל דער פייקסטער מארוויכער

א גרויסער קינסטלער כ׳ארבעט לייכט און זיכער

דאס ערשטע מאל כ׳וועל׳ס געדענקען ביזן טויט

אריין אין תּפיסה פאר לאקכענען א ברויט אוי אוי

כ׳פאר נישט אויף מאַרקן ווי יענע פּראסטע יאטן

כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציקע מאגנאטן

כ׳בין זיך מחיה ווען כ׳טאפּ אזא מאגנאט

איך בין אווריימל גאר אַ וווילער יאט

אין דער פרעמד נישט געהאט צום לעבן

געבעטן ברויט אן ארעמער פלעגט נאך געבן

נאר יענע לייט וואס זענען תּמיד זאט

פלעגן אפט טרייבן מיך מיט צארן

ס׳וואקסט א גאנעוו ס׳איז מקום געווארן

א גאנעוו בין איך נאר א וווילער יאט

איך בין אווריימל דער פייקסטער מארוויכער

א גרויסער קינסטלער כ׳ארבעט לייכט און זיכער

א יאט א קליינער אריין אין קוטשעמענט

ארייס א מאזיק א זעלטנער טאלענט

כ׳פאר נישט אויף מארקן ווי יענע פּראסטע יאטן

כ׳צופּ נאר ביי קארגע שמוציקע מאגנאטן

כ׳האב ליב א מענטש א מילדן א נאש־בראט

איך בין אווריימל גאר א וווילער יאט

שוין נישט לאנג וועט דאס שפּיל געדויערן

קראנק פון קלעפּ גיפט פון טפיסע מויערן

נאר איין באקאשע כ׳וואלט אזוי געוואלט

נאך מיין טויט אין א טאג א טריבן

זאל אויף מיין מצבה שטיין געשריבן

:מיט אותיות גרויסע און פון גאלד

דא ליגט אווריימל דער פייקסטער מארוויכער

א מענטש אַ גרויסער געווען וואלט פון אים זיכער

א מענטש א פיינער מיט הארצ מיט א געפיל

א מענטש א ריינער ווי גאט אליין נאר וויל אוי אוי

ווען איבער אימ וואלט געוואכט א מאמעס אויגן

ווען ס׳וואלט די פינצטערע גאס אימ נישט דערצייגן

ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאַט

דא ליגט אווריימל יענער וווילער יאט

ווען איבער אימ וואלט געוואכט א מאמעס אויגן

ווען ס׳וואלט די פינצטערע גאס אימ נישט דערצייגן

ווען נאך אלס קינד ער א טאטן וואלט געהאַט

דא ליגט אווריימל יענער וווילער יאט

See more
Chava Alberstein more
  • country:Israel
  • Languages:Hebrew, Yiddish, Aramaic (Syriac Classical)
  • Genre:Pop-Folk
  • Official site:http://aviv2.com/chava/
  • Wiki:https://he.wikipedia.org/wiki/חוה_אלברשטיין
Chava Alberstein Lyrics more
Chava Alberstein Featuring Lyrics more
Chava Alberstein Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved