יב. די מילאַ-גאַס [l. di mila-gas] [German translation]

Songs   2024-11-29 19:40:52

יב. די מילאַ-גאַס [l. di mila-gas] [German translation]

ס́איז דאָ אַ גאַס אין וואַרשע, דאָס איז די מילאַ־גאַס, אָ, רייסט אַרויס די הערצער זיך פון ברוסט

און לייגט אָנשטאָט די הערצער שטיינער דאָרט אַריין, אָ, רייסט אַרויס פון קאָפּ די אויגן נאַס

און לייגט אַרויף אויף זיי שאַרבוינעס, ווי איר וואָלט עס ניט געזען און ניט דערפון געוואוסט,

פאַרשטאָפּט די אויערן און הערט ניט - טויב! איך גיי דערציילן פון דער מילאַ־גאַס.

ס́איז דאָ אַ גאַס אין וואַרשע - די מילאַ־גאַס... ווער וויינט? און שטיל אַזוי? ניט איך, איך וויין ניט, נײן!

די מילאַ־גאַס שטייגט איבער אַלע טרערן, ס́וויינט קיין ייד ניט. גויים ווען זיי וואָלטן עס געזען

זיי וואָלטן דעמאָלט אויסגעבראָכן אין אַ מוראדיקן אַלע, אין אַ ביטערן געוויין,

אַ גוי איז אָבער אין דעם טאָג פון מילאַ־גאַס, אין טאָג אין יענעם, אין דעם געטאָ ניט געווען.

יידן נאָר און דייטשן ... יידן! יידן! יידן! אַזוי אַ סך, און מערער נאָך - מען האָט

דריי הונדערט פופציק טויזנט יידן פון איין וואַרשע, וואַרשעװער דערהרגעט שוין -

די אַלטע אויסגעשאָסן אויפן בית־החיים, די איבעריקע אַלע אַרויסגעפירט פון שטאָט

אין די טרעבלינקעס - און די מילאַ־גאַס איז פול, איז איבערפול ווי די װאַגאָנעס, קוק און שטוין!

פון וואַנען? מען האָט דאָך אַלע אויסגעהרגעט שוין! מען האָט דאָך אַלע אויסגעשאָסן און דערשטיקט!

דאָס זענען יידן פון די שאָפּן אויף דעם שטיקל נאָוואָליפּיע און אויף דעם שטיקל לעש -

די יידן מיט די נומערלעך, אָ, יידן גליקלעכע! יידן, וועלכע עס האָט אָפּגעגליקט

און האָבן זיך אַריינגעקראָגן אין אַ שאָפּ, ס́לעצטע ביסל יידן, יאָ, די רעשט! די רעשט ...

יידן פון די דאָזיקע די שאָפּן און יידן אַזש פון גענשאַ, פון העט־העט, קהלה־יידן, די

מיט די בלעכן אויף דער ברוסט און בעזימער אין האַנט וואָס קערן אויס די גאַסן פּוסט,

די פּלאַצואווקע־יידן וואָס גייען מיט געזאַנג אַרויס פון געטאָ יעדן אין דער פרי,

און יידן פון באַהעלטענישן ... עס זענען יידן נאָך אין וואַרשע דאָ! איך האָב עס ניט געוואוסט ...

הלואי זיי װאָלטן ניט געווען! זיי װאָלטן ניט געבוירן ווערן אויף דער דאָזיקער דער ערד!

און אויב געבוירן שוין - הלגאי וואָלט מען זיי פריער אָפּגעטאָן זיי זייער רעכט -

איידער איר דערלעבן, איר, די מילאַ־גאַס ... אַ גאַס אַזאַ אין װאַרשע, הערט אַלע, הערט:

נאָך גוט וואָס ס́איז קיין גאָט ניטאָ... ס́איז טאַקע שלעכט אָן אים, אָ, זייער, זייער שלעכט!

נאָר טאָמער וואָלט ער זיין - וואָלט ערגער נאָך געווען! אי גאָט און אי די מילאַ־גאַס ... אַזאַ אַ פּאָר!

אָ, נעמט אַרויס די קינדער אייערע באַהאַלטן אין וואַליזעס, שליידערט זיי, צעשמעטערט זיי אָן וואַנט!

צינדט פייערן גרויס אָן און שפּרינגט אַהין אַריין מיט הענט פאַרבראָכן, רייסט זיך ביי די האָר:

ס́איז דאָ אַ גאָט! אומגערעכטיקייט אַזאַ! אַ שפּאָט אַזאַ! און גרויס אַזאַ אַ שאַנד!

באַלד אין דער פרי, פאַרטאָג נאָך, איידער נאָך ס́איז בייז און אומגערעכט געוואָרן טאָג,

האָט מען געוואוסט אין קעלערן באַהאַלטן און אױף בוידעמער און אומעטום, און דאָ און דאָרט:

"אַלע יידן מוזן ביז אַ זייגער צען, ניט שפּעטער ניט קיין האָר, זיך צושטעלן אויף מילאַ־גאַס, מען מאָג

מיטנעמען נאָר האַנט־געפּעק ... און בלייבט ווער אין דער היים - ער וועט דערשאָסן ווערן אויפן אָרט."

באַלד אין דער פרי האָט אָנגעהויבן זיך פון אַלע זייטן גרויס און מעכטיק אַ געגיי,

די זענען ערשט אַרויסגעשטיגן פונעם קעלער, די אַראָפּ פון בוידעם, מען דערקענט דאָך באַלד

וואו יעדער איינער איז געווען באַהאַלטן... קראַנקע פון די בעטן, זע, עס טוט זיי שוין ניט וויי!

דו נאָר ניט העלף ביים גײן זיי, ניט האַלט זיי אונטער און הויב ניט איינעם אויף ווען איינער פאַלט -

ער גייט אויף מילאַ. אַלע מיר, מיר גייען אויף דער מילאַ, אין אַ שעה אַרום און ס́וועט

קיין ייד קיין לעבעדיקער זיך ניט מער געפינען דאָ ווי אויף דער דזעלנאַ, װי אויף פּאַווע, ס́איז שוין נײן!

אין אַ שעה אַרום וועט װאַרשע אויסזען שוין ווי אַלע יידישע יעצט גרויסע שטעט

און שטעטעלעך אין פּוילן און אין ליטע און אומעטום וואו דייטשן רייסן זיך אַריין.

און אין אַ שעה אַרום - און אויסגעלאָשן האָט די זון זיך איבער וואַרשע און איז מיט אונדז אַוועק

אויף מילאַ־גאַס, מיט איבער הונדערט טויזנט געבליבענע נאָך יידן אויף דער מילאַ־גאַס -

נײן, נישט די זון! אַ שרעק פון הימל האָט אכזריותדיק באַגלייט אונדז, גרויס אַ שרעק,

אויף יעדן פּנים פון די איבער הונדערט טויזנט יידן פאַלט איר אָפּשיין בלאַס ...

אַ שרעק! ס́איז פול מיט איר די גאַס, די מילאַ־גאַס ווי מיט יידן פול, זי שוועבט אין לופט, -

מיר אויך! מיר אויך! מיר אַלע דאָ געהערן שוין ניט צו דער ערד, זי רוקט אַװעק זיך פון אונטער אונדז́רע פיס.

איך זע באַקאָנטע פריינט, און האָב פאַרגעסן זיי́רע נעמען, פאַרגעסן ווי אַזוי מען רופט

זיי אַלעמען, ווי טויטע... ווער איז דער? און דער דאָ? די פרוי דאָ מיטן קינד, און יענע דאָרט ווער איז?

איך האָב אַריינגעכאַפּט זיך אין אַ שטוב און אָפּגעלעגן מיט מיין זון אויף דר́ערד אַ גאַנצן טאָג

און קנאַפּ אַ נאַכט. מיר האָבן זיך פאַרטאָג געפעדערט, אויסגעשטעלט זיך אין די רייען פון מיין שאָפּ. -

צו פינף אין ריי, אַרויס אויף דער סעלעקציע, זיך שטעלן אויף דער וואָגשאָל, אויף דער דייטשער וואָג

געטויט צו ווערן באַלד צי שפּעטער... איך בין פאַרבייגעגאַנגען זיי און אויפגעהויבן הויך מיין קאָפּ.

איך האָב געקוקט און האָב געזען: מען האָט אַ ייד אַ זאַק אַראָפּגענומען פון זיין פּלייצע דאַר,

און דער זאַק האָט אָנגעהויבן װײנען ... אַ קינד! אַ יידיש קינד! דער זשאַנדאַר ברענט:

ער זוכט דעם טאַטן... שרייט צום קינד: דערקען אים! דאָס יינגעלע קוקט אָן זיין טאַטן שטאַר,

ער קוקט אים אָן און וויינט ניט... ער קוקט אים אָן דעם טאַטן זיינעם און האָט אים נישט דערקענט!

דאָס יינגעלע! און ס́האָט דער דייטש אַרויסגעשלעפּט אַ צווייטן ייד פון ריי, אַן "אומשולדיקן" - דו!

און האָט אַוועקגעשטעלט זיי ביידן צו די טויזנטער געחתמעטע צום טויט - אַזאַ אַ שפּאַס!

איך האָב געזען - אָ, לאָזט מיך, פרעגט מיך נישט, ניט פרעגט מיך - וואָס? ניט ווען? ניט פרעגט מיך װאו!

איך האָב באַשװאוירן אייך: ניט פאָרשן גאָרנישט און נישט הערן קיינמאָל פון דעם מילאַ־גאַס.

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
See more
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved