אַ טאָג פֿון נקמה! [A tog fun nkmh!] lyrics

Songs   2024-12-28 11:20:27

אַ טאָג פֿון נקמה! [A tog fun nkmh!] lyrics

און איך זאָג אײַך, ברידער, געדענקט, װאָס איך זאָג!

די אײנציקע טרײסע און נחמה.

ס׳װעט קומען, איר הערט? ס׳װעט קומען אַ טאָג.

װאָס װעט פֿאַר אונדז נעמען נקמה!

נקמה פֿאַר אונדזערע לײדן און פּײַן,

פֿאַר בלוט, װאָס די שונאים פֿאַרגיסן,

נקמה פֿאַר די, װאָס פֿון זײער געבײן,

װעט קײן מאָל קײן מענטש זיך דערװיסן,

נקמה פֿאַר מעשים אין סדום נישט געהערט.

פֿאַר מאַמעס, יתומים, אלמנות,

נקמה װעט שרײַען אַרױס פֿון דער ערד,

דאָס בלוט פֿון מיליאָנען קרבנות.

דער מענטש װעט דערװאַכן קײן ספֿק נישט מער,

דערזען דעם גרױל פֿון מלחמה.

װי אונדזערס אַ נביא אַ הילך טאָן װעט ער:

נקמה! כ׳װעל נעמען נקמה!

ס׳װעט קומען דער טאָג, יאָ, איך האָף און גלױב,

איך זע, ברידער, זײַן אָנקום פֿון װײַטן

און ברענגען װעט ער אונדז װי נחס אַ טױב

אַ בשורה פֿון פֿרידלעכע צײַטן.

See more
Mordechai Gebirtig more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry, Singer-songwriter
  • Official site:
  • Wiki:http://en.wikipedia.org/wiki/Mordechai_Gebirtig
Mordechai Gebirtig Lyrics more
Mordechai Gebirtig Featuring Lyrics more
Mordechai Gebirtig Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved