ייִדל מיטן פֿידל [Yidl mitn fidl] [English translation]

Songs   2024-06-26 14:40:20

ייִדל מיטן פֿידל [Yidl mitn fidl] [English translation]

איבער פֿעלדער וועגן

אויף אַ וואָגן היי

מיט זון און ווינט און רעג

פֿאָרן קלעזמר צוויי

אַ חידוש אוי אַ חידוש

זאָג ווער זענען זיי

ייִדל מיטן פֿידל

אַריה מיטן באַס

דאָס לעבן איז אַ לידל

טאָ וואָס זשע זייַן אין כּעס

היי ייִדל פֿידל שמידל

היי דאָס לעבן איז אַ שפּאַס

אַ ציג שטייט אויף דער לאָנקע

און מעקעט טרויעריק מע

היי דו ציג דו שוטה

טרויעריק זייַן איז פֿע

שאָקלט ער דאָס בערדל

טאַקע טאַקע פֿע

ייִדל מיטן פֿידל

אַריה מיטן באַס

דאָס לעבן איז אַ לידל

טאָ וואָס זשע זייַן אין כּעס

היי ייִדל פֿידל שמידל

היי דאָס לעבן איז אַ שפּאַס

אַ פֿויגל פֿליט גוט מאָרגן

גוט מאָרגן אַ גוט יאָר

דער טרויער און די זאָרגן

צו אַלדע שוואַרצע יאָר

דעם ווינט אַ לאַך אין פּנים

און ייִדל ייִדל פֿאָר

ייִדל מיטן פֿידל

אַריה מיטן באַס

דאָס לעבן איז אַ לידל

טאָ וואָס זשע זייַן אין כּעס

היי ייִדל פֿידל שמידל

היי דאָס לעבן איז אַ שפּאַס

See more
Itzik Manger more
  • country:Israel, Romania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzik_Manger
Itzik Manger Lyrics more
Itzik Manger Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved