די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ [Di blayene platn fun Roms drukeray] lyrics

Songs   2024-11-26 23:20:21

די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ [Di blayene platn fun Roms drukeray] lyrics

מיר האָבן װי פֿינגער געשטרעקטע דורך גראַטן

צו פֿאַנגען די ליכטיקע לופֿט פֿון דער פֿרײַ

דורך נאַכט זיך געצױגן, צו נעמען די פּלאַטן

די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ

מיר, טרױמער, באַדאַרפֿן איצט װערן סאָלדאַטן

און שמעלצן אױף קױלן דעם גײַסט פֿונעם בלײַ

און מיר האָבן װידער געעפֿנט דעם שטעמפּל

צו עפּעס אַ הײמישער אײביקער הײל

מיט שאָטנס באַפּאַנצערט, בײַ שײַן פֿון אַ לעמפּל

געגאָסן די אותיות – אַ צײל נאָך אַ צײל

אַזױ װי די זײדעס אַ מאָל אינעם טעמפּל

אין גילדענע יום־טובֿ מנורות – דעם אײל

דאָס בלײַ האָט געלױכטן בײַם אױסגיסן קױלן

מחשבֿות צעגאַנגען – אַן אות נאָך אַן אות

אַ שורה פֿון בבֿל , אַ שורה פֿון פּױלן

געזאָטן געפֿלײצט אין דער זעלביקער מאָס

די ייִדישע גבֿורה , אין װערטער פֿאַרהױלן

מוז אױפֿרײַסן איצטער די װעלט מיט אַ שאָס

און װער ס’האָט אין געטאָ געזען דאָס כּלי־זײן

פֿאַרקלאַמערט אין העלדישע ייִדישע הענט

געזען האָט ער ראַנגלען זיך ירושלים

דאָס פֿאַלן פֿון יענען גראַניטענע װענט

פֿאַרנומען די װערטער, פֿאַרשמאָלצן אין בלײַען

און זײערע שטימען אין האַרצן דערקענט.

See more
Abraham Sutzkever more
  • country:Lithuania
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Abraham_Sutzkever
Abraham Sutzkever Lyrics more
Abraham Sutzkever Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved