ח. אײן חרובע, אײן אומגעבראַכטע הײם [h. eyn khrube, eyn aumgebrakhte heym] [German translation]

Songs   2024-11-29 21:09:49

ח. אײן חרובע, אײן אומגעבראַכטע הײם [h. eyn khrube, eyn aumgebrakhte heym] [German translation]

צו שפּעט, פאַרמאַכט די וועגן אַלע און אַלע גרענעצן און דורכגענג אויף אַ שלאָס,

די ערד האָט זיך פאַרשלאָסן אין דער נידער דאָ פאַר אונדז ווי דער הימל דאָרטן אין דער הויף,

מען איז אין אַנגסטן גרויס דערגאַנגען ביז לובלין און ווייטער נאָך... יעצונדער - וואָס?

דער טויט - ער איז פאַרלאָפן אונדז דעם וועג, מיט בלוט, מיט פייער און מיט רויך.

מען איז געלאָפן און נעבעך ניט דערלאָפן ... אַך, די דערלאָפענע מיט גליק,

די אָנגעקומענע מיט פיס געשוואָלן און אין וואונדן, כלומרשט צו אַ ציל -

זיי קוקן פינצטער און פאַרצווייפלט זיך אַרום, און ווילן צריק, צוריק!

צוריק אַהיים! יאָ, מיר פאַרקירעווען צוריק אַהיים - זאָל זיין שוין וואָס עס וויל!

מען האָט פאַרקירעוועט צוריק ... אָ, וועגן טרויעריקע צוריק, אָ, גאָט!

דערזעלבער גיהנום, אַך, ווי גייענדיק אַהער, דער זעלבער שוידער, די זעלביקע געפאַר -

נאָר װאָס? אַהיים! אויב אומקומען איז אין דער אייגענער דער שטאָט,

און אין מיין גאַס, אין שטוב אין מיינער, אין מיין בעט ... אַהיים! אַהיים אין צער.

מען האָט געלאָזן זיך צוריק ... דער, נעבעך, איז דערגאַנגען... דער צווייטער, נעבעך, ניט...

יעדערער פון זיי - צי אויפן וועג, צי אין דער היים שוין - האָט געענדיקט שלעכט!

אַ מענטש, צי אויפן וועג דערהרגעט, צי אויף אַ בוים אין וואַלד געהאָנגען - איז אַ ייד!

און אַן אַהיים געקומענער אַ ייד - װייסט פון קיין היים ניט, ניט אין טעג דאָרט, ניט אין נעכט.

ער טאָר ניט ווייזן זיך... אין שטוב ניט, ניט אין הויז, אין גאַס ניט וואו ער וואוינט,

מען האָט אים שוין געזוכט, אַ דייטש, אַ פּאָליאַק נעכטן און שוין אַ פאָלקס־דייטש היינט ...

"דו דאָ? ביזט ניט אַוועק? איך האָב געמיינט, דו האָסט געראַטעוועט זיך..." רופט אויס דערשטוינט

אין אַ הינטערגאַס אַ צופעליק געטראָפענער, דערשראָקן שטאַרק, אַ גוטער פריינט.

די שולן זענען שוין פאַרברענט, די ספרי־תורות אויך, די רבנים שוין פאַרפּייניקט ... דו!

ביסט אין אַ שול געווען שוין? דער אָרון־קודש שטייט ביים מזרח־וואַנט, דו װייסט!

און די בימה איז אין סאַמע מיטן שול. און דער רב ר́ יאָסעלע ... װאו איז ער, װאו?

ער לויפט אַרום דער בימה ... מיט אַ שפּיצרוט גראָב אַ דייטש צעווישן דייטשן, אַז ער הייסט...

דער רב איז אַלט, ר́איז נידעריק געװאָקסן, דער קאַרק איז אויפגעהויבן הויך ניט גלייך,

און אַ שבר אויך, ניט שיין, אַיאָ? ער בויגט אין דרייען זיך און לויפט ... אָט, און ער פאַלט!

אַ שפּיצרוט טרעפט אין הויקער יעדעס מאָל, דער דייטשער עולם קוקט און קייכט ...

הויב, רבי, אויף דיין ליכטיקן דיין פּנים און פאַרשעם זיי... ניין, באַהאַלט, באַהאַלט

דיין הייליקן דיין פּנים, רבי! פון דיין פּנים פאַלט דאָך גרויס אַ ליכט -

זאָל דיין ליכט אויף זיי ניט פאַלן, זאָל די זון פאַרשייט מטמא זיין איר שיין,

זאָל דער הימל הויך מחלל־זיין זיין בלוי און ווייזן זיך פאַר זייער טריפהנעם געזיכט!

ביסט שענער, רבי, פאַר דער זון און ערלעכער פון הימל, זאָלסט ווי זיי ניט זיין!

שטיי, רבי, שטיי... דער דייטש ער בייזערט זיך, ער הייסט דיך בלייבן שטיין,

ער הייסט דעם מויל דיר אויפרייסן, רייס אויף ... דער שמש דאַרף אַ שפּיי טון דיר אין מויל.

דער רב האָט אויפגעריסן ברייט אים, דער שמש, נעבעך, פּלאַצט אַרויס אין אַ געוויין -

ווי קען איך, האַרעלע? ווי קען איך אים, דעם רב, דעם רבין אונדזערן? אַזאַ אַ גרויל! ...

"שפּיי אַריין, שפּיי גיך אַריין אין מויל מיר, דו נאַרישער, דו שמש וואָס דו ביסט!"

דער שמש פאַלט דעם אָפיציר צו זיינע פיס: ווי קען איך, האַרעלע? ווי קען איך שפּייען, ס́טייטש?

ס́איז אונדזער רב, ס́איז יאָסעלע ... דער רב שרייט: "שפּיי! ער צילט אין דיר און שיסט!"

דער שמש פאָלגט און ווי ער וואָלט אַ שפּיי געטאָן ... דאָ האָט אַ שטויס געטאָן אים שטאַרק דער דייטש:

"קוק, קוק זיך איין און לערן אויס זיך, שמוציקער דו ייד, קוק ווי אַזוי מען שפּייט "-

און ס́האָט דער דייטש אין אָפענעם אין מויל אין רב́ס אַריינגעכראַקעט: "שלינג́ס אַראָפּ!"

דער רב ער האָט אַראָפּגעשלונגען און ס́װענדט דער דייטש צום שמש זיך און טייט,

טייט אויפן רב: "דו זעסט, ער פאָלגט!" דער שמש האָט געכאַפּט זיך פאַרן קאָפּ.

כאָטש די קויל - זי האָט דעם שמש געטראָפן נאָר אין פוס - "און יעצט? אַרויס מיט אייך, אַרויס!"

דער שמש כאָטש ער הינקט, ער פירט דעם רב, דעם אַלטינקן אַרויס פון שול,

קוים וואָס ער גייט דער רב, ער קען נאָר לויפן אַרום דער בימה, לויפן אין גאָטס הויז,

ער פירט אים זאַכט און אונטער פייערדיקע שמיץ פון שפּיצרוט ... שלאָג! די מאָס איז נאָך ניט פול!

זי איז געווען ניט פול איידער נאָך דער רב איז מיטן שמש זאַכט אַהיים געגאַנגען -זעט!

אַ רויך שפּאַרט ביזן הימל, און ס́רייסן פלאַמען זיך אַרויס פון רויך: וואו ברענט און וואָס!

דאָס ברענט די שול! דער אָרון־קודש ברענט! די ספרי־תורות, די יידישע די שטעט!

דער רב - ער קוקט זיך אום, דער שמש האַלט אים: אַך, די מאָס ... פאַרפולט האָט זיך די מאָס!

"אָ, זאָג, אַנטלאָפענער אין שרעק, פאַרוואָס, אָ, האָסטו אומגעקערט זיך צריק אַהער?

דו ביסט אַוועק, פאַרוואָס ביסטו אין אומגליק ניט געבליבן אין דער פרעמד?

דו וואָלסט פאַרשפּאָרט דיין היים אין פּיין אין אירן זען, אין איר געפּרואווט זיין שווער,

און ווי זי בלוטיקט, ווי זי ווערט פאַרפּײניקט אָן אַ שום פאַרוואָס און ווערט אַזוי פאַרשעמט.

אָ, זאָג פאַרוואָס, זאָג ... "דער צוריקגעקומענער אַהיים, גיט אומעטיק און שטום

אַ שמייכל קוים, וואָס װערט פאַרגליווערט אויפן פּנים אים ווי אין אַ ליים -

ער שווייגט אַ וויילע נאָך, באַלד קוקט ער אום זיך, קוקט אין אַ שרעק אַ גרויסע זיך אַרום:

איך קום דאָך פון דער היים ... אַך אומעטום - איין חרובע, איין אומגעבראַכטע היים!

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
See more
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved