אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ [In ale gasn ["Hey, hey, daloy politsey!"]] [Transliteration]

Songs   2024-12-25 21:30:00

אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ [In ale gasn ["Hey, hey, daloy politsey!"]] [Transliteration]

אין אַלע גאַסן, וווּ מען גייט,

הערט מען זאַבאַסטאָווקעס.

ייִנגלעך, מיידלעך, קינד־און־קייט,

שמועסן פֿון נאַבאָווקעס.

גענוג שוין, ברידער, האָרעווען,

גענוג שוין באָרגן־לײַען,

מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע,

לאָמיר, ברידער, זיך באַפֿרײַען!

ברידער און שוועסטער,

לאָמיר זיך געבן די הענט,

לאָמיר מיקאָלײַקעלען

צעברעכן די ווענט!

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,

דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

ברידער און שוועסטער,

לאָמיר גיין צוזאַמען.

לאָמיר מיקאָלײַקעלען

באַגראָבן מיט דער מאַמען!

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,

דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

נעכטן האָט ער געפֿירט

אַ וועגעלע מיסט,

הײַנט איז ער געוואָרן

אַ קאַפּיטאַליסט.

היי, היי, דאָלוי פּאָליציי,

דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי!

See more
David Edelstadt more
  • country:Russia
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/David_Edelstadt
David Edelstadt Lyrics more
David Edelstadt Featuring Lyrics more
David Edelstadt Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved