אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ [In ale gasn [Hey, hey, daloy politsey]] [Transliteration]
אין אַלע גאַסן אָדער הײ, הײ, דאַלױ פּאָליצײ [In ale gasn [Hey, hey, daloy politsey]] [Transliteration]
אין אַלע גאַסן וווּ מען גייט
הערט מען זאַבאַסטאָווקעס
ייִנגלעך מיידלעך קינד־און־קייט
שמועסן פֿון נאַבאָווקעס
גענוג שוין ברידער האָרעווען
גענוג שוין באָרגן־לייַען
מאַכט אַ זאַבאַסטאָווקע
לאָמיר ברידער זיך באַפֿרייַען
ברידער און שוועסטער
לאָמיר זיך געבן די הענט
לאָמיר ניקאָלייַקעלען
צעברעכן די ווענט
היי היי דאָלוי פּאָליציי
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי
ברידער און שוועסטער
לאָמיר זיך ניט אירצן
לאָמיר ניקאָלייַקעלען
די יאָרעלעך פֿאַרקירצן
היי היי דאַלוי פּאָליציי
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי
נעכטן האָט ער געפֿירט
אַ וועגעלע מיט מיסט
הייַנט איז ער געוואָרן
אַ קאַפּיטאַליסט
היי היי דאָלוי פּאָליציי
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי
ברידער און שוועסטער
לאָמיר גיין צוזאַמען
לאָמיר ניקאָלייַקעלען
באַגראָבן מיט דער מאַמען
היי היי דאָלוי פּאָליציי
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי
קאָזאַקן זשאַנדאַרמען
אַראָפּ פֿון די פֿערד
דער רוסישער קייסער
ליגט שוין אין דרערד
היי היי דאָלוי פּאָליציי
דאָלוי סאַמאָדערזשאַוויע וו׳ראָסיי
- Artist:Yiddish Folk