דאנא דאנא [Dona Dona] lyrics

Songs   2024-09-27 22:21:16

דאנא דאנא [Dona Dona] lyrics

אויפן פירל ליגט דאָס קעלבל,

ליגט געבונדן מיט א שטריק,

הויך אין הימל פליט דאָס שװעלבל,

פרײט זיך, דרײט זיך הין און קריק.

לאכט דער װינט און קאָרן,

לאכט און לאכט און לאכט,

לאכט ער אָפּ א גאַנצן טאָג,

מיט אַ האלבער נאכט.

דאנא, דאנא, דאנא, דאנא...

שרײַט דאָס קעלבל, יאָגט דער פּויער,

װער־זשע הײסט דיך זײן א קאלב,

װאָלסט געקענט צו זײן אַ פויגל,

װאָלסט געקענט צו זײן א שװאַלב.

לאכט דער װינט און קאָרן,

לאכט און לאכט און לאכט,

לאכט ער אָפּ א גאַנצן טאָג,

מיט אַ האלבער נאכט.

דאנא, דאנא, דאנא, דאנא...

בידנע קעלבער טוט מען בינדן,

און מען שלעפּט זײ און מען שעכט,

װער עס האָט פליגל, פליט ארויפצו,

איז בײ קײנעם ניט קײן קנעכט.

לאכט דער װינט און קאָרן,

לאכט און לאכט און לאכט,

לאכט ער אָפּ א גאַנצן טאָג,

מיט אַ האלבער נאכט.

דאנא, דאנא, דאנא, דאנא...

See more
Chava Alberstein more
  • country:Israel
  • Languages:Hebrew, Yiddish, Aramaic (Syriac Classical)
  • Genre:Pop-Folk
  • Official site:http://aviv2.com/chava/
  • Wiki:https://he.wikipedia.org/wiki/חוה_אלברשטיין
Chava Alberstein Lyrics more
Chava Alberstein Featuring Lyrics more
Chava Alberstein Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved