דער זינגער פֿון נױט [Der Zinger fun noyt] [German translation]
דער זינגער פֿון נױט [Der Zinger fun noyt] [German translation]
אױ, אָרעמער נאַרישער זינגער,
ביסט נאָך אין דײַן פֿאַך ניט געניט,
דו קריכסט נאָר אין גבֿירישע הױפֿן
צי האׇט דאׇרט אַן אׇפקלאַנג דײַן ליד?
דו קריכסט נאָר אין גבֿירישע הױפֿן
צי האׇט דאׇרט אַן אׇפקלאַנג דײַן ליד?
די רײַכע, די זאַטע מאַגנאַטן,
זײ רירט נישט דײַן טרױריק געמיט,
פֿון זײ דאָרט באַקומסטו קײַן גראָשן,
צו זײ דאָרט דערגרײכט נישט דײַן ליד.
פֿון זײ דאָרט באַקומסטו קײַן גראָשן,
צו זײ דאָרט דערגרײכט נישט דײַן ליד.
און װילסט אױפֿ דײַן זינגען מבֿינים
און געלט אױך פֿאַרדינען דערבײ?
גײ, זוך זײ אין אָרעמע הױפֿלעך ,
דאָרט זינג דײַנע לידלעך פֿאַר זײ.
גײ, זוך זײ אין אָרעמע הױפֿלעך ,
דאָרט זינג דײַנע לידלעך פֿאַר זײ.
און זינג זײ דאָס לידל פֿון עלנד,
דאָס טרױריקע לידל פֿון נױט,
פֿון פֿינצטערע, קױטיקע שטיבלעך
װוּ ס'הוליעט דער מלאך פֿון טױט.
פֿון פֿינצטערע, קױטיקע שטיבלעך
װוּ ס'הוליעט דער מלאך פֿון טױט.
פֿון בלאַסע, פֿאַרקריפלטע קינדער,
פֿון טרוקענע ברוסטן גענערט,
װאׇס װעלקן נאָך אײדער זײ בליען,
נאָך אײדער דער טױט זײ פֿאַרצערט.
װאׇס װעלקן נאָך אײדער זײ בליען,
נאָך אײדער דער טױט זײ פֿאַרצערט.
יאָ, זינג זײ די טרױריקע לידלעך,
זײ זענען געשאַפֿן פֿאַר זײ,
דײַן לידעלע װעט דאָרט באַגלײטן
אַ הילכיקער יאַמער־געשרײַ.
דײַן לידעלע װעט דאָרט באַגלײטן
אַ הילכיקער יאַמער־געשרײַ.
- Artist:Mordechai Gebirtig