ראָזשינקעס מיט מאַנדלען [Rozhinkes mit mandlen] [Transliteration]

Songs   2024-11-26 15:27:47

ראָזשינקעס מיט מאַנדלען [Rozhinkes mit mandlen] [Transliteration]

אין דעם בית המקדש

אין א ווינקל חדר

זיצט די אלמנה בת ציון אליין

איר בן יחיד’ל יידעלע’ן

וויגט זי כסדר

און זינגט אים צום שלאפן א לידעלע שיין

איי, איי, איי……..

אונטער יידעלע’ס וויגעלע

שטייט א קלאר ווייס ציגעלע

דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען

דאס וועט זיין דיין בארוף

ראזשינקעס מיט מאנדלען

שלאף’זשע יידעלע שלאף

אין דעם לידל, מיין קינד

ליגט פיל נביאות

אז דו וועסט אמאל זיין צוזייט אויף דער וועלט

א סוחר וועסטו זיין

פון אלע תבואות

און וועסט אין דעם אויך פארדינען פיל געלט

איי, איי, איי……..

אונטער יידעלע’ס וויגעלע

שטייט א קלאר ווייס ציגעלע

דאס ציגעלע איז געפארן האנדלען

דאס וועט זיין דיין בארוף

ראזשינקעס מיט מאנדלען

שלאף’זשע יידעלע שלאף

שלאף’זשע יידעלע שלאף!

See more
Abraham Goldfaden more
  • country:Russia, Ukraine, United States
  • Languages:Yiddish
  • Genre:Poetry
  • Official site:https://archives.cjh.org//repositories/7/resources/3593
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Abraham_Goldfaden
Abraham Goldfaden Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved