יד. די ענד [n. di end] [German translation]

Songs   2024-11-29 19:48:53

יד. די ענד [n. di end] [German translation]

זיי האָבן ניט געוואוסט, זיך ניט געריכט - "די יודען שיסן !" איך האָב געהערט דעם אויסוואורפס עקלדיקע שטים

איידער נאָך די אומריינע נשמה ז́אים אַרויס, ס́איז ניט געווען קיין אויסרוף, נאָר אַ בייז וואונדער - ס́טייטש?!

אַ שטוינען וויסט און אויסטערליש און אומגעריכט אַזוי: "די יודען שיסן!" אָ, נישט אַליין פון אים,

ס́איז אַ רוף געוועזן פון אַ מערדער־פאָלק, פון אַכציק מיליאָן: זיי אויך! די יידן מאַכן́ס אויך ווי מיר, ווי יעדער דייטש.

וויי אונדז! מיר קענען, יאָ מיר קענען זיך אַנטקעגן שטעלן אויך און אייך דערהרגענען, מיר אויך! מיר אויך!

מיר קענען אָבער דאָס וואָס איר האָט קיינמאָל נישט געקענט און װעט ניט קענען קיין מאָל אויף דער ערד -

ניט הרגענען אַ צווייטן! ניט אויסראָטן אַ פאָלק ווייל עס איז ווערלאָז, וואָס הויבט אומזיסט די אויגן אין דער הויך.

איר קענט ניט: ניט דערהרגענען, איר זינדיקע פון דער נאַטור, איר מוזט́ס, אייביקע איר פאָכער מיט דער שווערד.

איך קען אייך גוט! און איז מיין וואָרט ניט שטאַרק ווי ס́וואָרט פון מיינע אָבות, די נביאים, איך האָב

אַדורכגעדרונגען אײך װי זײ!

אָנהײב יול, בעת זיי האָבן אָנגעהויבן אונדז אַרויספירן צום טויט פון וואַרשע, האָט מען באַראַטן זיך, איך, ווען איך בין

אויף יענער זיצונג - איך וואָלט געווען מיט די חלוצים, איך וואָלט מיט זיי דאַן אויפגעהויבן אַ געשריי -

תמות נפשי! יאָ... זיי הרג́נען אויס אונדז אַלע, ווי אין ליטע, אין אוקראַינע, וואָליניען און לובלין!

ס́וואָלט ניט געהאָלפן, כ́װײס... ניט װײל מיר האָבן ניט געהאַט ניט קיינער, ניט קיין סימן פון געווער -

אַ האַק איז אויך פון אייזן, און קוילן גראָבן זיך ניט טיפער איין אין לייב ווי נעגל שאַרף,

נאָר יידן אין אַמעריקע, אין ארץ־ישראל, זיי וואָלטן ווייט און טרויעריק אויף אונדז נאָך אונדז געלאָזט אַ טרער

און שטיל, און אפשר ניט גאָר שטיל אַ זאָג געטאָן: אַך, ווען מען שטעלט זיך ניט אַנטקעגן! מען האָט עס ניט באַדאַרפט ...

ניין, ניט באַדאַרפט! וויי מיר, איך בין פאַר ניי־יאָר נאָך געזעסן שטום, מיט יידן נאָך, מיט לייטערס פון אַ שאָפּ,

און יידן פּויליש־ריידנדיקע האָבן אויסגעדריקט גרויס זײער צאָרן און זייער ווייטיק קליין: -

"אַזאַ אַ פאָלק! וואָס האָט געלאָזן זיך ווי קעלבער אויסשעכטן, אַזאַ אַ פאָלק!" און האָבן בייז געשאָקלט מיטן קאָפּ...

וויי, וויי, דאָס פאָלק וואָס מוז געהרגעט ווערן, אויסגעהרגעט ווערן אויף דער ערד און איז ניט יוצא נאָך פאַר זיך אַליין!

דעם אַכטצענטן אין ערשטן האָב איך געזען פינף טויזנט פון מיין פאָלק גענומען און געפירט צום טויט,

און דייטשן צוויי נאָר, רוצחים צוויי האָב איך געזען פון די אין יענעם טאָג אַװעקגעלײגטע צװעלף,

נאָר צוועלף ! און ס́האָט אויף זיי, אויף די באַוואָפנטע פּחדנים, פאַרציטערט קאַלט די הויט,

"די יודען שיסן!" און זיי האָבן זאַלבע צווייט אין אונדזערע באַהעלטענישן זיך ניט מער באַוויזן,נאָר מחנות́װײז ווי וועלף.

ווי וועלף! איך האָב מיט יידן יונג געקלעטערט איבער מויערן, אויף דעכער שיף, מיט שניי און אייז באַדעקט, אַ גאַנצן בלאָק

פון אַכט־און־פופציק זאַמענהאָף אויף פיר־און־פערציק מוראַנאָוו און פונעם דאַך אַרונטער אין דעם הויז,

איך מיט חברים עטלעכע בלייב אויף דעם בוידעם. און ס́האָבן עטלעכע אַראָפּגעלאָזן זיך פון דאָרטן אויף אַ שטאָק,

דאָס האָבן זיי דערשאָסן נאָך צוויי מערדער, איך האָב זיי ניט געזען, איך האַב געהערט די שאָסן בלויז.

פאַרנאַכט בין איך אַװעק מיט אַלעמען אויף מילאַ אײן־און־זעכציק, שױן מיט אַ ביקס און רעװאָלווערן נאָך - אַ שאַץ!

אויפמאָרגן האָט מען זיך צעטיילט איך בין צעווישן הונדערטער געזעסן אויף אַ בוידעם - קאַלט און לאַנג און שמאָל,

עס האָט אַ פרוי לעם מיר אַ הוסט געטאָן איין מאָל און נאָך אַ מאָל, אַ ייד איז צו איר צוגעשפּרונגען װי אַ קאַץ

און געװאַרט מיט פינגער אויסגעשטרעקט, מיט נעגל שאַרף - ער װאַרט אויף נאָך אַ הוסט... קוים הוסט זי נאָך אַמאָל!

אין אַ וואָך אַרום האָב איך זיך אומגעקערט אין שאָפּ... אויף נאָװאָליפּיע האָבן יידן אויך אַ סך געפעלט,

און אױף דער לעש, דאָרט איז געװעזן לייכטער אומצוברענגען אונדז, מען האָט דעריבער אונדז אין שאָפּן

קאָנצענטרירט,

ביטש! וואו ביסטו, ביטש? פון קליינעם בונד נישט לאַנג און טיף אַ ייד יעצט! מען האָט אויף נאָװאָליפּיע אויך אַנטקעגן זיך געשטעלט!

אױך אויף דער לעש! מען האָט די טעג אויך אין די שאָפּן אויסגעהרגעט אונדז, פון שאָפּן אונדז צום טויט

אַרויסגעפירט.

מיר ווערן ניט פון טאָג צו טאָג און קיינער שטאַרבט ניט, ס́האָט קיינער ניט באַװיזן שטאַרבן װי מען איז געוואוינט געװען אַמאָל.

מען הרגעט אויס אונדז, די פון קויל אין גאַס, די פאַרפּײניקט אויף זשעלאַזנאַ הונדערט דריי, און די אַרויספירט - געװאַלד!

מיר װילט זיך שרייען גװאַלד! מיר װילט זיך לױפן אין די גאַסן, װייט און ברייט פאַרברעכן מיט די הענט און

שרייען אויפן קול ...

און פרייד איז אויך פאַראַן: געװער! מען קויפט געווער! מען רײסט אַרויס זיך אין די װעלדער אויך, צבי װיל אין װאַלד -

אַזאַ אַ ביסל יידן! אַזאַ אַ קאַפּ און ס́זענען איבעריקע צװישן זיי דאָ - אַלפרעד נאָסיג ימח שמו

און פּאָליציאַנטן יידישע, אָך יידן, יידן װאָס האָב זיך פאַרקױפט צום דייטש... אין פּײן אין דעם איז אונדז אַ טרייסט באַשערט.

יידן שיסן זיי ווי הינט אויס... שיסט! צען שלעכטע יידן הרגעט, אײדער הרגענען איין שלעכטן גוי.

ניט אַלע הרגעט מען. עס זענען געלט־זעק דאָ, און זיי באַשטייערט מען: אַזוי פיל און אַזוי פיל אױף געווער!

און דורכגענג זענען דאָ דורך בוידעמער, פון לעש אויף נאָוואָליפּיע, פון נאָוואָליפּיע פירט אַ בוידעם אין אַ הויף

אויף סמאָטשע, פון סמאָטשע וויסט אַ גאַס, אַז מען פאַרנעמט מיט אַ רעוואָלווער זיך רעכטס און דורך אַ לאָך

אין אַ מויער דיק - קומט מען גלייך אַריין אין געטאָ, טרעפט אַ דײטש דיך - גיי! גיי דרייסט דיין וועג, נישט לויף -

ער איז דיר חושד אַז דו האָסט געווער און ער מיידט דיך אויס ... וואָס נאָך? וואָס ווילסטו טייערער מיין פריינט דען נאָך?

דו ווילסט דאָס זעלבע דאָך װי איך... איך וויל עס זאָל אַ שלאַק מיך טרעפן, אַנידערלייגן מיך, כאָטש שוין - און אויס!

די שאָפּן טראָגן זיך אין אַרבייטס־לאַגערן אַריבער מיטן לעצטן הייפל יידן אין לובלינער קאַנט -

איך וועל אַהין ניט פאָרן... ניין! ניטאָ פאַר מיר קיין בונקער דאָ און צו דיר, אַריער, קען איך ניט אַרויס,

ס́קריגן עטלעכע פון קרובים אויסלאַנדספּעסער, יאָ... וואָלט ערגעץ־װאו זיך עמיצער אָן מיר דערמאָנט ...

איך בין פאַר אַלע מיינע שוין געשטאָרבן... הלואי וואָלט איך געשטאָרבן, איך אָבער וועל ניט שטאַרבן, נײן, מען וועט

מיך הרגענען... איך בין שוין ניט אויף נאָוואָליפּיע, זי ליקווידירט זיך, כ́וואַלגער אויף דער לעש זיך שוין זייט טעג,

בײ אַ באַקאַנטן זיצט אַ יונגערמאַן בלאַס און דערציילט: ער קומט פון וועג יעצט, ער איז אַדורכגעגאַנגען שטעט

און שטעטלעך אין קרוין־פּוילן, ער האָט קיין ייד שוין דאָרטן ניט געזען, ניט באַגעגנט קיינעם אויף אַ וועג.

דאָס איז געווען צוויי טעג פאַר פּסח. און ערב פּסח פרי ז́געווען שוין אויס מיט לעש, און אויף דער לעש

האָב איך אין מיין באַהעלטעניש געהערט קאַנאָנען טאָג און נאַכט, ביינאַכט האָב איך געזען עס ברענט -

דער געטאָ ברענט, ער ברענט אויף זיינע מױערן און זיינע לעצטע יידן, ס́פייער העשט און העשט,

דער הימל איז געווען באַלויכטן און אויב ס́איז דאָ דאָרט ווער, האָט צוגעקוקט זיך און געזען די ענד.

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
See more
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved