שטיל די נאכט איז אױסגעשטערנט [Shtil, di nakht iz oysgeshternt] [German translation]
שטיל די נאכט איז אױסגעשטערנט [Shtil, di nakht iz oysgeshternt] [German translation]
שטיל די נאכט איז אױסגעשטערנט
און דער פֿראָסט האַט שטאַרק געברענט
צו געדענקסטו װי איך האָב דיך געלערנט,
האַלטן אַ שפײַער אין די הענט.
אַ מױד, אַ פעלצל און אַ בערעט,
און האַלט אין האַנט פֿעסט אַ נאַגאַן,
אַ מױד מיט אַ סאַמעטענעם פנים,
היט אָפּ דעם שונאס קאַראַװאַן.
געצילט, געשאָסן און געטראָפֿן,
האָט איר קלײנינקער פיסטױל,
אַן אױטאָ אַ פֿולינקע מיט װאָפֿן
פֿאַרהאַלטן האָט זי מיט אײן קױל.
פֿאַר טאָג פֿון װאַלד אַרױסגעקראָכן,
מיט שנײ גירלאַנדן אױף די האָר,
געמוטיקט פֿון קלײנינקן ניצחון,
פֿאַר אונדזער נײַעם פֿרײַען דור
- Artist:Hirsch Glick
See more