קעשענעווער שטיקעלע [Keshenever Shtikele] lyrics
קעשענעווער שטיקעלע [Keshenever Shtikele] lyrics
שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך,
ס׳קעשענעווער שטיקעלע,
אָבער מיטן קנאַק.
הונגעריק און שלעפֿעדיק,
און נאַקעט און באָרוועס,
אין קעשענע נישטאָ קיין פּיאַטאַק.
צו מיר געהערט די גאַנצע וועלט,
און איך די גאַנצע וועלט געהער.
דאָס איז דאָך שוין פֿעסטגעשטעלט אַ פֿאַקט.
און טאָמער וועט מען מיר ניט גלייבן,
טאָמער וועט מען פֿרעגן ווער,
קען איך אים באַווייַזן אַ קאָנטראַקט.
צרות און גריזאָטע עגמות־נפֿש און יסורים,
אָט דאָס זעט איר האָב איך אויפֿן פּאַק.
האָב איך גאָרניט דאַרף איך גאָרניט,
וועל איך גאָרניט ניט פֿאַרלירן,
וועט מען מיך נישט רופֿן קיין טשודאַק.
שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך,
אָס האַרץ זאָל אַזש צעגיין אין מיר,
בייַ די קרובֿים בין איך פּשוט ברק.
נישט געשמייכלט נישט געחנפֿעט,
אַלץ געזען נאָר ניט געגנבֿעט,
בייַ מייַן מחותן בין איך אַ באָסיאַק.
די רייַכע האָבן צו פֿיל עסן,
איז בייַ זיי דער מאָגן שווער,
ליגן זיי אויף דאַטשעס אָנגעפּאַקט.
און ניט איך עס און ניט איך טרינק,
איז בייַ מיר דער מאָגן לער,
קען איך לייַכטער צוטאַנצן צום טאַנץ.
שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך,
דאָס האַרץ זאָל אַזש צעגיין אין מיר,
צרות האָב איך אָט אַזאַ מין זאַק.
הונגעריק און שלעפֿעריק און נאַקעט און באָרוועס,
אין קעשענע נישטאָ קיין פּיאַטאַק.
שפּילט זשע מיר כּליזמרלעך,
ס׳ קעשענעווער שטיקעלע,
אָבער מיטן קנאַק.
- Artist:Chava Alberstein