הללויה [Hallelujah [Yiddish Version]] [English translation]

Songs   2024-11-23 16:48:35

הללויה [Hallelujah [Yiddish Version]] [English translation]

געווען אַ ניגון ווי אַ סוד

וואָס דוד האָט געשפּילט פֿאַר גאָט

נאָר דיר וואָלט׳ס נישט געווען אַזאַ ישועה

מע זינגט אַזוי: אַ פֿאַ, אַ סאָל

אַ מי שברך הייבט אַ קול

דער דולער מלך וועבט אַ הללויה

דײַן אמונה איז געוואָרן שוואַך

בת שבֿע באָדט זיך אויפֿן דאַך

איר חן און די לבֿנה דײַן רפֿואה

זי נעמט דײַן גוף, זי נעמט דײַן קאָפּ

זי שנײַדט פֿון דײַנע האָר אַ צאָפּ⁠

און ציט פֿון מויל אַראָפּ אַ הללויה

אָ טײַערע איך קען דײַן סטיל

איך בין געשלאָפֿן אויף דײַן דיל

כ׳האָב קיינמאָל נישט געלעבט מיט אַזאַ צנועה

און איך זע דײַן שלאָס, איך זע דײַן פֿאָן

אַ האַרץ איז נישט קיין מלכס טראָן

ס׳איז אַ קאַלטע און אַ קאַליע הללויה

אוי ווי אַמאָל, טאָ זאָג מיר אויס

וואָס טוט זיך דאָרטן אין דײַן שויס

טאָ וואָס זשע דאַרפֿסט זיך שעמען ווי אַ בתולה

און געדענק ווי כ׳האָב אין דיר גערוט

ווי די שכינה גלוט אין אונדזער בלוט

און יעדער אָטעם טוט אַ הללויה

זאָל זײַן מײַן גאָט איז גאָר נישטאָ

און ליבע זאָל זײַן כּל מום רע

אַ פּוסטער טרוים צעבראָכן און מכולה

נישט קיין געוויין אין מיטן נאַכט

נישט קיין בעל־תּשובֿה אויפֿגעוואַכט

נאָר אַן עלנטע קול־קורא הללויה

אַן אַפּיקורס רופֿסטו מיך

מיט שם־הוויה לעסטער איך

איז מילא, איך דערוואַרט נישט קיין גאולה

נאָר ס׳ברענט זיך הייס אין יעדן אות

פֿון אַלף־בית גאָר ביזן סוף

די הייליקע און קאַליע הללויה

און דאָס איז אַלץ, ס׳איז נישט קיין סך

איך מאַך דערווײַלע וואָס איך מאַך

איך קום דאָ ווי אַ מענטש, נישט קיין שילוּיע

כאָטש אַלץ פֿאַרלוירן סײַ ווי סײַ

וועל איך פֿאַרלויבן אדני

און שרײַבן ווי לחיים הללויה

See more
Daniel Kahn & The Painted Bird more
  • country:United States
  • Languages:English, Yiddish, Russian
  • Genre:
  • Official site:
  • Wiki:https://de.wikipedia.org/wiki/Daniel_Kahn_%26_The_Painted_Bird
Daniel Kahn & The Painted Bird Lyrics more
Daniel Kahn & The Painted Bird Also Performed Pyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved