ד. זײ זענען דאָ שױן די װאַגאָנען װידער! [d. zey zenen do shoyn di vagonen vider!] [German translation]

Songs   2024-07-05 02:24:44

ד. זײ זענען דאָ שױן די װאַגאָנען װידער! [d. zey zenen do shoyn di vagonen vider!] [German translation]

אַ שרעק, אַ מורא אימהדיק, אַ פּחד גרויס באַפאַלט מיך, נעמט אַרום מיך פעסט -

זיי זענען דאָ שוין, די װאַגאָנען ווידער! נעכטן ערשט, פאַרנאַכט אַוועק -

און היינט - זיי זענען דאָ שוין ווידער, זיי שטייען אויפן אומשלאַק שוין ... דו זעסט,

די אָפענע די מיילער? זיי האָבן אויפגעעפנט זיי אַ שרעק!

זיי ווילן נאָך! זיי ווילן ווידער שוין, זיי ווערן גאָר נישט זאַט,

זיי שטייען שוין און וואַרטן - יידן! ווען ברענגט מען זיי אַהער?

הונגעריקע - ווי זיי וואָלטן נאָך קיין ייד אין מױל אין זייערן געהאַט ...

געהאַט! און אַז געהאַט איז װאָס? זיי ווילן מערער נאָך, זיי ווילן מער!

זיי װילן נאָך, זיי שטייען שוין און וואַרטן ווי געגרייט אַ טיש,

און גרייט צום עסן - יידן! אַהער זיי, וויפל ס́וועט אַריין!

יידן ! ס́אַלטע פאָלק מיט קינדער יונגינקע, יונג אַזוי און פריש,

יונגע טרויבן פון אַן אַלטן צווייג, און יידן אַלט ווי אַלטער, שטאַרקער װיין.

מיר ווילן נאָך, נאָך יידן ... וואַגאָנען ווי גזלנים קאַלט און האַרט,

זיי שרייען: נאָך! און מער נאָך! זיי װייסן ניט פון קיין גענוג,

זיי שטייען שוין און וואַרטן אויפן אומשלאַק ... מען װאַרט אויף אונדז, מען װאַרט,

וואַגאָנען תמעװאַטע, ברייט געעפנטע אַ סך, אַ גאַנצער צוג.

זיי זענען פול געווען דאָ ערשט, געשטיקט פון יידן זיך דערשטיקט,

יידן טויטע זען́ געשטאַנען נעכטן צװישן לעבעדיקע דאָ געפּלעפט -

טויטע זען́ געשטאַנען און פאַלן ניט געקענט אין דעם געדריק,

נאָר ס́איז געווען ניט קאָנטיק װער פון זיי איז טויט און ווער עס לעבט.

ביים טויטן יידן האָט זיך לעבעדיק געשאָקלט הין און הער דער קאָפּ,

און פון דעם לעבעדיקן האָט געגאָסן זיך דער טויטער שװייס;

אַ יידיש קינד בעט ביי זיין טויטער מאַמען: װאַסער! גיב וואַסער מיר אַ טראָפּ!

ער שלאָגט איר מיט די הענטעלעך אין פּנים: לאָז! עס איז מיר הייס!

און נאָך אַ קינד, אַ קליינינקס אויף זיין טויטן פאָטערס הענט -

יאָ, קינדער, כאָטש פאַרחלשטע, פאַרשמאַכטע - קינדער האַלטן אויס!

דער טאַטע זיינער, כאָטש אַ גרויסער - האָט ניט אויסהאַלטן געקענט -

ס́קינד װייסט ניט, ס́בעט זיך אַלץ נאָך: קום! קום, טאַטע! קום אַרויס!

און ווייט דאָרט אין וואַגאָן, אין יענער זייט דאָרט, אין יענעם עק װאַגאָן

איז עפּעס פאָרגעקומען, האָט װאָס פּאַסירט און קיינער ווייס ניט וואָס?

דער עולם אָבער שמייכלט, דער עולם אָבער שטויסט זיך אָן,

ס́איז עמעצער אַרויסגעשפּרונגען דאָרט ... הערט, הערט אַ שאָס!

ס́איז ווער אַרויסגעשפּרונגען ... און יידן שמייכלען, מען גיט פאַרשטומט אַ לאַך,

אָ, יידן טייערע, אָ, יידן הייליקע איר מיינע וואָס איר זייט!

װאָס פרייט איר זיך? הערט דער אוקראַינער- ער שיסט אַראָפּ פון דאַך,

איז וואָס? אַבי ס́איז ווער אַרויס! אַבי עס האָט זיך עמעצער באַפרייט.

און אַז אַ קויל איז װאָס? עס ווינטשן אַלע זיך דאָ אין וואַגאָן אַ קויל -

זי מיידט דאָך קיינעם ניט! בעסער שוין זי טרעפט אונדז פריי אין פעלד,

איידער... װאו? וואו פירט מען אונדז? ווער זאָגט עס וידוי מיטן פולן מױל?

זאָגט נאָך! זאָגט אַלע נאָך - און ס́וואַרפט פון היץ אייך אַלעמען אין קעלט.

ליידיקע וואַגאָנען! איר זענט ערשט פול געווען, איצט זענט איר ווידער לער,

װאו האָט איר זיי אַהינגעטאָן, די יידן? װאָס איז מיט זיי געשען?

צענטויזנט אָפּגעציילטע און פאַרחתמעט - ווי קומט איר װידער דאָ אַהער?

אָ, זאָגט, וואַגאָנען, מיר, וואַגאָנען ליידיקע, זאָגט, וואו זענט איר געווען?

איר קומט פון יענער װעלט, איך װײס, זי מוז ניט זיין גאָר װייט,

ר́זענט נעכטן ערשט אַוועק פון דאַנען אָנגעלאָדענע און היינט - איר זענט שוין דאָ!

וואָס איילט איר זיך אַזוי, וואַגאָנען? וואָס האָט איר ניט אַזוי קיין צייט?

איר וועט ווי איך גיך אַלט ווערן, װי איך צעבראָכן, אַלט און גראָ.

פון צוקוקן אַליין, פון צוזען אַלץ, פון צוהערן דאָס אַלץ – געװאַלד!

ווי האַלט איר́ס אויס, און כאָטש איר זענט פון אייזן און פון האָלץ!

אָ, אייזן! ביסט אין דר́ערד געלעגן טיף, אָ אייזן, אײזן קאַלט,

אָ האָלץ, דו ביסט אַ בוים געוואַקסן אויף דער ערד, אי הויך, אי שטאָלץ!

און איצט? איר זענט וואַגאָנען, לאַסט־וואַגאָנען איצט, איר קוקט זיך צו,

איר שטומע עדות פון אַ לאַסט אַזאַ און פון אַזאַ אַ פּיין און פון אַזאַ אַ נויט!

איר האָט זיך שטומע און פאַרמאַכטע צוגעקוקט, אָ, זאָגט װאַגאָנען, וואו

איר פירט, איר האָט דאָס פאָלק, דאָס יידישע, אַרויסגעפירט צום טויט?

איר זענט ניט שולדיק, מען לאָדנט אָן אייך דאָ און מען זאָגט אייך: פאָרט!

מען שיקט אייך אָפּ מיט פולן, מען טרייבט מיט ליידיקן אייך צוריק אַהער -

װאַגאָנען איר, איר קומט פון יענער וועלט, אָ, זאָגט מיר, זאָגט אַ וואָרט,

גיט רעדער זיך אַ דריי, דערציילט, און איך, איך לאָז די טרער...

  • Artist:Itzhak Katzenelson
  • Album:דאָס ליד פונעם אױסגעהרגעטן ײדישן פאָלק
See more
Itzhak Katzenelson more
  • country:Poland
  • Languages:Yiddish, Hebrew, English
  • Genre:Poetry
  • Official site:
  • Wiki:https://en.wikipedia.org/wiki/Itzhak_Katzenelson
Itzhak Katzenelson Lyrics more
Excellent Songs recommendation
Popular Songs
Copyright 2023-2024 - www.lyricf.com All Rights Reserved