ברוך השם [Baruch Hashem] lyrics
ברוך השם [Baruch Hashem] lyrics
בלי עין הרע שטארק מצליח
ביזנעס גרויסע גוט מרוויח
ווייסט נישט פון קיין געפאר
געלט און נחת גאר אסאך
מ'דאנקט און לויבט אויף יעדער זאך
דעם בורא דער גרויסער האר
ווייל ער האט דאך ביי זיך דעם שליסעל
געבען יעדען נאך אביסעל
העלפען יעדען איינעם פון זיין צער
ברוך השם געט מען א זאג
אויף יעדען טריט א יעדען טאג
אויף להבא בעט מען אויך שתפתח לנו שער
א חבר דרייט זיך שטארק פארזארגט
אזויפיל חובות אנגעבארגט
געשעפטען גיין נישט גוט
פראבלעמען נעבאך מיט א קינד
און ער אליין איז אויך נישט געזונט
די מאמע זי וויינט דאך מיט
דער צער ביי זיי איז אן א מאס
זיי פרעגען אבער נישט פארוואס
ווייל כל מאן דעביד איז אלעס גוט
מען גלייבט און זאגט ברוך השם
באשעפער אוי די תפילות נעם
זיי ווייסען דער באשעפער היט
אויף יעדען שריט און טריט
טאג און נאכט ברוך-השם
נאר מ'טראכט ברוך-השם
ווי מ'גיי ווי מ'שטייט הערט מען ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x2)
אויפ'ן עראפלאן צוזאמען
איבער וואסער איבער ים'ן
קיינמאל זיך נישט געקענט
מ'זיכט ארום מ'כאפט א בליק
מ'זעהט א יוד מ'איז פול מיט גליק
באשעפער מ'הייבט די הענט
שלום עליכם וואס מאכט א יוד
ברוך השם ס'איז אלעס גוט
די שמחה אויפ'ן פנים מ'דערקענט
ווייל ווי א יוד זאל נאר נישט זיין
איז ער דאך קיינמאל נישט אליין
השגחה פרטית היט עם אייביג איעדער מאמענט
טאג און נאכט ברוך-השם
נאר מ'טראכט ברוך-השם
ווי מ'גיי ווי מ'שטייט הערט מען ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x2)
יודען ס'איז א פארגעניגען
זינגען אייביג אט דעם ניגון
פריילעך ברוך השם
וועט דער בורא אונז געדענקען
אלעס גוטס פאר יודען שענקען
טאקע נאר וועגען דעם
שטארקען זיך א גאנצען לעבען
נישט קיין ייאוש נישט אויפגעבען
ס'קומען גוטע טעג בעזרת השם
מיר וועלען זיך נאך אלע פרייען
מזל טוב צוזאמען שרייען
אלע אין ירושלים בעזרת השם
טאג און נאכט ברוך-השם
נאר מ'טראכט ברוך-השם
ווי מ'גיי ווי מ'שטייט הערט מען ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x2)
! ברוך השם
- Artist:Shea Berko